דזשים מעטיס, דער פארטיידיגונגס סעקערטאר, האט נעכטן אפגעשריבן אן עפנטליכן בריוו צו פרעזידענט טראמפ אין וועלכע ער מעלדט זיין רעזיגנאציע אין פראטעסט צום פרעזידענט׳ס באשלוס צו ארויסציען די אמעריקאנער קרעפטן פון סיריע, טראץ קעגנערשאפט פון אלע אליאירטע לענדער.

אין זיין בריוו שטרייכט ער אונטער די וויכטיגקייט פון מיטשטיין מיט אליאירטע לענדער איבער די וועלט, און אז אמעריקע דארף באשוצן אירע אינטערנאציאנאלע אינטערעסן קעגן כינע און רוסלאנד, און ״באהאנדלן פריינטליכע לענדער מיט רעספעקט, און אלס פרעזידענט האסטו די רעכט צו האבן א פארטיידיגונגס סעקערטאר וועלכער האט די זעלבע מיינונגען ווי דיר, דעריבער וועלן איך רעזיגנירן פון אמט״ שרייבט ער.

דער פלוצלינגע רעזגינאציע איז געקומען ווי א שאק, און פילע רעפובליקאנער סענאטארן - אריינגערעכנט מארקא רוביא און מיטש מעקאנעל - האבן אויסגעדריקט זארג איבער דעם וואס ער פארלאזט דעם אדמיניסטראציע, אין וועלכע ער האט טיילמאל געדינט ווי א אינזל פון סטאביליטעט אין דעם כאאטישן אדמיניסטראציע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל