בלויז ארום 45 מינוט נאכדעם וואס דער געטוויק לופטפעלד אין ענגלאנד איז צוריקגעעפנט געווארן נעכטן, איז דאס ווידער פארשפארט געווארן נאכדעם וואס דער דראון איז ווידער געזען געווארן פליען ארום דעם ראנוועי, דאס האט געברענגט דעם לופטפעלד צו א גענצליכע שטילשטאנד נעכטן ביז ביינאכט, און הערשט פרייטאג אינדערפרי איז עס צוריק געעפנט געווארן.
הונדערטער טויזנטער זענען עפעקטירט געווארן און עטליכע לופטליניעס האבן פארקירעוועט אלע זייערע פליגערס צו דערנעבנדיגע לופטפעלדער, די מיליטער איז אריינגערופן געווארן מיט די מעגליכקייט אז מען וועט דארפן אראפשיסן דעם דראון, אבער נאך א שטיק צייט איז באשלאסן געווארן צוריק צו עפענען דעם לופטפעלד נאכדעם וואס דער דראון איז נישט מער געפונען געווארן.
דער אינצידענט רופט ארויס וואונדער און זארג וויבאלד א געווענליכער ציווילער דראון קען נישט פליען מער פון א האלבע שטונדע מיט איין בעטעירי, און אן אויספארשונג איז באנייט געווארן צו דערגיין די אידענטיטעט און די מאטיוון פון דער וואס האט געשיקט דעם דראון. אונטער דעם ענגלישן געזעץ איז פארבאטן צו פליען א דראון ארום א האלבן מייל ארום א לופטפעלד און מען טאר עס נישט לאזן פליען העכער 400 פוס, און עס קומט מיט א שטראף פון ביז 5 יאר טורמע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה