דער אלבאניער רעגירונג האט נעכטן באפוילן פארן איראנער אמבאסאדער און זיינער א געהילף, אז זיי מוזן זאפארט פארלאזן דאס לאנד, נאכדעם וואס זיי האבן פארלעצט זייערע דיפלאמאטישע רעכטן מיט׳ן זיין פארמישט אין טעראר אקטיוויטעטן, אבער נישט אנגעגעבן איבער וועלכע טעראר אקטיוויטעטן עס האנדלט זיך. לאקאלע פרעסע שפעקולירט אז די רעדע איז ארום א געפלאנטע טעראר אטאקע קעגן מדינת ישראל ספארטלער ביי אן אינטערנאציאלע פארמעסט וואס איז פארגעקומען אין אלבאניע מיט צוויי יאר צוריק.

א ווארטזאגער פאר׳ן אלבאניער רעגירונג האט געזאגט, אז זיי האבן גענומען דעם באשלוס נאכ׳ן זיך דורכרעדן און באקומען אינפארמאציע פון מדינת ישראל און נאך לענדער איבער די טעראר אקטיוויטעטן, פון די צוויי אונטער׳ן שלייער פון דיפלאמאטיע. אמעריקע האט שטארק באגריסט דעם שריט פון אלבאניע, און דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן האט געשריבן אז ״דאס שיקט א מעסעדזש פאר איראן אז זייער אינטערנאציאנאלער טעראר נעץ וועט נישט טאלערירט ווערן״.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל