א שרעקליכע איבערפאל איז פארגעקומען די וואך אויף די בעל הבית א חרידישע בעקערי, ביים אהיימגיין א שווערע טאג ארבעט מיט אסאך קעשיר געלט אין די האנט.

א מאטארביציקל איז געקומען צו פארן ביי איינע פון די זייטיגע געסלעך מיט צוויי נידריגע עלעמענטן אןם אים אפגעשטעלט און פארלאנגט זיין געלד, איינער דראענדיג מיט א גרויסע מעסער און דער צווייטע מיט א רעוואלווער.

דער אינגערמאן האט זיי אוועקגעגיבן א ריזיגע סומע מיט די פולסטן קאאפעראציע, אבער זיי האבן גענומען די ביקס - וואס האט עפעס נישט געארבעט געהעריג - און אים געשלאגן דערמיט אין קאפ, און דער צווייטער האט אים רח"ל געשטאכן מיט'ן מעסער, און דער אינגערמאן איז נעבעך אוועקגעפאלן באוואוסטלאז אונטער א טייך פון בלוט, השם ישמרנו.

א מינוט שפעטער איז א חסידישע בחור דורכגעגאנגען אויף די גאס, און שנעל אלאמירט שומרים און הצלה, וואס זענען דארט איין פאראיין.

הצלה אין אנדערע הילף גרופעס זענען שנעל אנגעקומען, און גיך באהאנדלט דעם קריטיש-פארוואנדעטער איד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל