דער דייטשער צייטונג ״דער שפיגל״ - וואס איז איינע פון די פראמינענטע צייטונגען איבער די וועלט און מערסט-פארקויפטע צייטונג אן אייראפע - איז ארויסגעקומען מיט אן אנטשולדיגונג נאכדעם וואס אן אינערליכע אויספארשונג האט געצייגט אז איינער פון אירע זשורנאליסטן האט געהאט א געוואוינהייט פון אפיציעל פאבריצירן געשיכטעס און אויסטראכטן דעטאלן וועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

דער זשורנאליסט קלאס ראלאטוס איז באלד אויפגעזאגט געווארן, דער רעדאקציע האט פארעפנטליכט 14 באריכטן וואס ער האט געשריבן און זענען געווען גענצליך אדער האלב פאלש, און אצינד פירן זיי דורך אן איבערזיכט אויף נאך צענדליגע ארטיקלן צו דערגיין אויב ער האט דארט אויך אריינגעריקט אומבאשטעטיגטע אדער אומבאגרונדעטע דעטאלן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל