א קירכע אין די שטאט ווילנא האט זיך געבראכן נאך לאנגיעריגע געבעטן פון די ארטיגע אידישע געמיינדע צו ענדיגן דעם שרעקליך בזיון פון נוצן צובראכענע אידישע מצבות אלס שטיגן פאר׳ן קירכע, און האבן אונטערגענומען א רעסטאָראַציע צו באזייטיגן די שטיגן און זיי צוריקגעלייגט אינעם בית עולם פון וואו עס איז אריגינאל ארויסגעריסן געווארן. די קירכע איז איינקווארטירט אין א געביידע וועלכע איז גענוצט געווארן אלס טעאטער אין די קאמוניסטישע יארן, און דאס נוצן מצבות פאר בוי מאטריאל איז געווען אן אפטע ערשיינונג אינעם סאוויעטן פארבאנד. אידישע ארגאניזאציעס אין ליטא האבן באגריסט דעם באשלוס פון דעם קירכע פארוואלטונג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל