די קודס קרעפטן איז אַ אַפּאַראַט פון די איראַנער רעוואָלושאָנערי גאַרדס, געשולט אַדורכצופירן אומקאָנווענציאַנאַלע קריגס און אינטעלידזשענס אַקטיוויטעטן, און זענען פאַראַנטוואָרטליך פאַר אַפּעראַציעס אינדרויסן פונעם לאַנד. עס ווערט יעצט געפירט  דורך מעידזשאָר גענעראַל קאַסעם סאָלעימאַני. די קודס קרעפטן שטיצן טעראָריסטישע אַקטיוויטעטן אין פילע פרעמדע לענדער, אַריינגערעכנט חיזבאַלע אין לבנון, כאַמאַס און פּאַלעסטינער איסלאַמישע דזשיהאַד אין די עזה פּאַס און די מערב ברעג, הוטי רעבעלן אין תימן, און שיאָיטן מיליציעס אין איראַק, סיריע, און אַפגאַניסטאַן. די פאַראייניגטע שטאַטן האָבן באַשטימט די קודס קרעפטן אַלס שטיצער פון טעראָריזם זינט 2007.

אַנאַליסטן ווייסן נישט די פּונקטליכע קודס גרויסקייט, אָבער שאצן איר מיט 10,000-20,000 מיטגלידער. די קודס באַריכטן גלייך צום סופּרים פירער פון איראַן, אייאַטאָלע כומעיני.


באשרייבונג דורך ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל