פייערלעשער האבן ארויסגעראטעוועט היינט מאנטאג א פרוי אין א שווערן צושטאנד פון אן עלעוועיטאר אין א געביידע אין מאנהעטען, נאכדעם וואס זי איז דארט געווען געשטראנדעט זינט פרייטאג. די 53 יעריגע פרוי האט געארבעט אלס רייניגער אין די געביידע און האט נישט געקענט רופן פאר הילף, און איז ארויסגעראטעווען געווארן ערשט נאכדעם וואס איינוואוינער האבן באמערקט אז דער עלעוועיטאר ארבעט נישט, און זיי צוזאמגעשטעלט אז די פרוי פעהלט שוין פאר עטליכע טעג.

אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן, און וויאזוי דער עלעוועיטאר איז אריבער די נויטיגע זיכערהייט אונטערזוכונגען אין יולי.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל