מען האלט נאך צוויי יאר אוועק פון די וואלן פאר מעיאר פון ניו יארק, אבער דער פרישער ספיקער פון דעם ניו יארקער סיטי קאנסיל קאורי דזשאנסאן האט שוין געמאלדן זיינע פלענער און אנאנסירט אז ער פלאנירט צו לויפן פאר דעם פאזיציע צו איבערנעמען מעיאר ביל דעבלאזיא וואס דינט יעצט אויס זיין דריטן טערמין. דזשאנסאן האט געעפנט א קאמפיין קאסע און נעמט שוין ביישטייערונגען, אבער וועט נידערן די מאקסימום ביישטייערונגען צו 250 דאלער, אנשטאט די לעגאלע סומע פון צוויי טויזנט דאלער, זאגנדיג אז ער וויל נישט זיין שולדיג פאר רייכע ביישטייערער און מענטשן מיט ספעציעלע אינטערעסן. דער ליבעראלער דזשאנסאן איז דער צווייטער צו דערקלערן זיינע פלענער צו לויפן, נאכדעם וואס דער בראנקס בארא פרעזידענט רובען דיאז האט שוין אויך געמאלדן אז ער לויפט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל