ניו יארק סיטי – די טינט אויף די ניו יארקער צייטונגען צו מעלדן אז ביל דעבלאזיא האט געוואונען ווידערוויילונג, איז נאך עטוואס ווארעם און פייכט, און מען האט קוים געענדיגט ציילן די שטימען פונעם היי-יעריגן מעיאר פארמעסט, אבער דער קאמפיין פאר'ן קומענדיגן מעיאר פארמעסט אין יאר 21' האט זיך שוין אנגעהויבן. גלייך נאכדעם וואס מעיאר דעבלאזיא איז ווידערוועלט געווארן צו זיין צווייטן און לעצטן טערמין, האט מען שוין געהערט פון די קאנדידאטן וואס וועלן מעגליך קאנדידאטירן פאר מעיאר אין פיר יאר ארום. די קאנדידאטן וואס ווערן איצט באטראכט זענען: סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער; פובליק אדוואקאט לעטישע דזשעימס; ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדעמס; בראנקס בארא פרעזידענט רובען דיאז; און דער ברוקלינער קאנגרעסמאן האקים דזשעפריס. אלע מיט'ן אויסנאם פון דזשעפריס קענען מער נישט לויפן פאר זייערע איצטיגע אמטן צוליב דעם טוירם לימיטס פארבאט. שטיצער פון דזשעפריס זאגן אז זיי זעען אין אים א גלענצנדן פאליטישן צוקונפט, מיט מעגליכע פרעזידענטליכע אספיראציעס.
הוסף רשומת תגובה