כינע – די "וואלווא" קאר פירמע האט די וואך געברענגט נענטער די רעאליטעט פון אנטוויקלען פליענדיגע קארס פאר מענטשן צו קויפן. וואלווא'ס אנגעשלאסענע פירמע "טעראפוזשי" האט געמאלדן אז זי האט אפגעקויפט "גילעי", א כינעזער פירמע וועלכע וועט העלפן וואלווא צו אנטוויקלען א פליענדיגע קאר. די קאמפאני’ס ערשטער פראדוקט גייט הייסן די “טראנזישאן”, א קליינע קאר וואס וועט קענען פליען 400 מייל ווייט און וועט פארמאגן א מאקסימום פלי-שנעלקייט פון 100 מייל א שעה. עס וועט נאך פארלאנגען א ראנוועי פאר אפפליען און אראפקומען, אבער טעראפודזשי האלט אינמיטן אויסארבעטן אן אנדערן מער פארגעשריטענעם פליענדיגן קאר, די “טראנזישאן טי. עף.-עקס”, וואס פארשפרעכט צו האבן די מעגליכקייט זיך אויפצוהייבן און אראפצוקומען גראד אין דער הייך און נישט דארפן צוקומען צו א ראנוועי.

בילד: פליענדיגע קארס, שוין גאר נאענט צו רעאליטעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל