די פעדעראַל רעגירונג שאָטדאַון האט געקאָסט פאר די עקאנאמיע 11 ביליאָן דאלער, לויט אַ נייע אַנאַליז פון די אומפארטייאישע קאָנגרעציאָנאַלע בודזשעט אָפיס, אָפּשפּיגלענדיג פאַרלוירענע ארבעט פּראָדוקציע פון פעדעראלע ארבעטער, פארשפעטיגטע רעגירונג שפּענדינג און רעדוצירטע פארלאנג.
דער באַריכט, וואָס איז ארויסגעגעבן געווארן היינט מאנטאג, שאצט אַ דריי ביליאָן דאלער'דיגע קלאַפּ, אָדער 0.1 פּראָצענט, צו די עקאָנאָמישע טעטיגקייט במשך די פערטע קווארטל פון 2018. די אימפאקט איז פאראויסגעזעהן צו זיין גרעסער אין דער ערשטער קווארטל פון 2019: פולע $8,000,000,000, אָדער 0.2 פּראָצענט פון די דזשי.די.פי.
כאָטש מערסטענס שאדן צו די עקאנאמיע וועט צוריקגעדרייט ווערן ווען די פעדעראלע ארבעטער קומען צוריק צום ארבעט, שאצט אבער די סי.בי.או. אז 3 ביליאָן דאלער אין עקאָנאָמיש טעטיגקייט איז פאַרלוירן געגאנגן פּערמאַנאַנט נאָכדעם וואס א פערטל פון די רעגירונג איז געווען פאַרמאַכט פאַר כמעט 35 טעג.
די אַנאַליז נעמט נישט אין באטראכט עטליכע אומדירעקטע אפעקן פון די שאָטדאַון, א שטייגער ווי די אָפּשטעל אין עטליכע פעדעראלע פּערמיטן און רעדוצירטע צוטריט צו לאָונס.
די סי-בי-או'ס יערליכע באריכט האט אויך געקוקט אויף די אינפאקט פון די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע'ס האַנדל פּאַליסיס אויף דער עקאנאמיע. עס שאצט אַז נייע טאריפס אויף אימפּאָרטן און עקספּאָרטן וועט אראפשניידן אַ דורכשניטליכקייט פון 0.1 פּראָצענט פון עקאָנאָמישע וואוקס ביז נאך 2029. עס טוט אויך פאָראויסזאָגן אז קאסטאמס שטייער וועט שטייגן פון 0.2 פּראָצענט פון די דזשי-די-פי אין 2018 צו 0.3 פּראָצענט היי יאָהר.

הוסף רשומת תגובה