א טעכנישע טעות אינעם היסטארישן "פּריזאן רעפארם ביל" וועלכע איז דורכגעפירט געווארן פאריגן מאנאט מיט אומפארטייאישע שטיצע, האט געברענגט צו א צומישעניש אינעם טורמע סיסטעם, און עווענטועל שטעלט זיך ארויס אז טראץ וואס מען האט געמיינט אז דאס וועט באלדיג עפעקטירן טויזנטער ארעסטאנטן, דארפן זיי נאך דערווייל ווארטן ביז דער געזעץ ווערט פארראכטן אדער די יוסטיץ דעפארטמענט טרעפט א וועג וויאזוי צו אדרעסירן דעם פראבלעם.

דער ביל האט געזאלט פארקורצערן די טורמע טערמינען פון טויזנטער דורכ'ן העכערן די צאל טעג וואס קען ווערן אראפגערעכנט פאר גוטע אויפפירונג פון 47 טעג יערליך צו 53, און עס האט געזאלט גערעכנט ווערן צוריקוועגס, און אזוי ארום וואלטן טויזנטער געקענט פריער ארויסגיין. אבער - ווי עס שטעלט זיך ארויס - איז דער לעגאלע שפראך אינעם ביל (זעה דאקומענט) געווען נישט גוט געשריבן, און איז נישט פעליג צוריקוועגס, טראץ וואס געזעצגעבער האבן דאס געמיינט צו זאגן. באאמטע אינעם יוסטיץ דעפארטמענט פרובירן צו טרעפן א לעזונג דערצו, און אויב וועט מען נישט טרעפן א לעזונג וועלן געזעצגעבער מוזן אריבערפירן אן הוספה צום געזעץ.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל