איינוואוינער אין וואשינגטאן די.סי. זענען צוגעוואוינט צו טראפיק, אבער נעכטן זענען גאנצע גאסן געקומען צו אן אפשטעל ווען דער 142 יעריגער שול "עדת ישראל" איז געפירט געווארן אויף רעדער אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, נאכדעם וואס אינזשענירן האבן באוויזן צו ארויסגראבן דעם שול און האלטן צוזאם דעם געביידע און עס גאנצערהייט אריבערפירן צום אידישן מוזעאום וועלכע האלט אינמיטן געבויט ווערן אין וואשינגטאן. דער שול איז אן היסטארישן טייל פונעם הויפטשטאט, און איז געווען דער ערשטער שול אין שטאט, און פרעזידענט גרענט האט זיך פערזענליך באטייליגט ביים חנוכת הבית. דער מוזעאום וועט זיך עפענען אין צוויי יאר ארום, און דער שול וועט זיין א צענטראלע טייל דערפון.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל