הבחור שמואל פארקאש ע"ה, א תלמיד אין די היברו אקאדעמי אין מיאמי ביעטש, איז נעבעך אומגעקומען א טאג פאר זיין זעכצטנע געבורטסטאג, ווען ער איז געפאלן פון א טעראסע אויפ'ן צענטן שטאק פון א קאנדאמיניום געביידע. ער האט פרובירט זיך צו אריינבאקומען אין זיין דירה וועלכע געפונט זיך אויפ'ן ניינטן שטאק, און האט דעריבער פרובירט צו אריבערקריכן פונעם באלקאן פונעם שכן העכער אים, אבער ער האט זיך אויסגעגליטשט און ל"ע געפאלן צו זיין טראגישן טויט.
ברוך דיין האמת
ברוך דיין האמת
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה