די פעדעראלע קאוסט גארד אגענטור האט אויף איר וועבזייטל געזאגט פאר אירע ארבייטער צו זיין גערישט אז זיי וועלן נישט באקומען באצאלט פאר א שטיק צייט צוליב די שאטדאון, און האבן דעריבער געגעבן פארשידענע עצות וויאזוי זיי קענען מאכן אביסל זייטיגע געלט צו קענען לעבן דערווייל. צווישן אנדערע, רעקאמענדירן זיי פאר די ארבייטער צו "נעמען בעיביסטינג דזשאבס", און אזוי אויך פארקויפן איבריגע ווערטפולע חפצים וואס מען פארמאגט, און נאך א רייע ענליכע וועגן וויאזוי צו פארדינען א דאלער. אלס א "לעצטע אפציע", רעקאָמענדירט די דאקומענט זיך צו דערקלערן באנקראט...

דאס האט ארויסגערופן א שטורעם, וויבאלד עס ווערט געזען ווי גרינגשעצוג אין די ארבייטער, און נאך עטליכע שטונדן האט די אגענטור דאס אראפגענומען פון זייער זייטל.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל