א זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ און די דעמאקראטישע פירער האט זיך געענדיגט קורץ נאכדעם וואס עס האט זיך אנגעהויבן' נאכדעם וואס די דעמאקראטישע פירער האבן אנטזאגט א פארשלאג פון פרעזידענט טראמפ צו ענדיגן דעם שאטדאון מיט'ן באדינג אז זיי געבן אים נאך אויף דעם גרעניץ וואנט ביז דרייסיג טאג. דער פרעזידענט האט ארויסגעשטורעמט פונעם צימער בלויז פערצן מינוט נאכדעם וואס דער זיצונג האט זיך אנגעהויבן.

דער זיצונג איז געקומען אלס פרואוו צו טרעפן א וועג ארויס פונעם שאטדאון וואס האלט שוין אינעם ניינצנטן טאג, אבער דער פרעזידענט איז אנטשלאסן צו עפנען די רעגירונג נאר אויב ער באקומט זיין גרעניץ וואנט, און די דעמאקראטן זאגן אז דאס וועט נאר ארבייטן דורך א געהעריגע דעבאטע איבער אימיגראציע אין קאנגרעס. 

באלד נאך דעם זיצונג האבן די דעמאקראטישע פירער געגעבן אן עפנטליכן סטעיטמענט פארנט פונעם ווייסן הויז, און באשולדיגט דעם פרעזידענט אז ער האלט די פעדעראלע ארבייטער אלס משכונות פאר זיינע פאליטישע פארלאנגען. אין די זעלבע צייט האט דער פרעזידענט באשולדיגט די דעמאקראטן אז זיי זענען נישט גרייט אויף קיין קאמפראמיס און ווילן נישט קיין שום גרעניץ זיכערהייט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל