אפיציעלע פרעסע באריכטן אין איראן האבן אויפגעדעקט אז איראן האט ארעסטירט אן אמעירקאנער נעיווי וועטעראן מיט וואכן צוריק. דער וועטעראן מייקל ווייט איז ארעסטירט געווארן אינעם שטאט מאשהאד.
דער 46 יעריגער ווייט איז - לויט זיין פאמיליע - געפארן באזוכן אן איראנער פריינד, און איז פארשוואונדען געווארן. די פאמיליע זאגט אויך אז ער איז נישט געזונט און ליידט אויף אסטמא, און איז אינמיטן באהאנדלונגען פאר א טומאר אין האלז. עס איז נישט קלאר אויף וועלכע קלאגעס ער ווערט פארהאלטן, און דער איראנער רעגירונג האט נישט אפיציעל קאמענטירט אויף די באריכטן, נאר געזאגט אז זיי האבן באריכטעט פאר אמעריקע איבער זיין ארעסט, און עס איז אויך באשטעטיגט געווארן דורך די סטעיט דעפארטמענט.
מאנכע האלטן אז איראן זוכט דערמיט צו העכערן די דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, צו פארהאנדלן מיט זיי איבער נאכלאזן די סאנקציעס וועלכע שעדיגן שטארק די איראנער עקאנאמיע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה