טראץ וואס מעיאר ביל דעבלאזיא און גאווערנער ענדרו קאומאו האבן פארשפראכן צו לעגאליזירן דאס יאר דעם באנוץ און פארקויף פון מאריכואנא אין ניו יארק, שטייט דאס אבער אויס שטארקע קעגנערשאפט פון סטעיט אגענטורן וועלכע זאגן אז דאס איז אן איבערגעאיילטע שריט, און אז מען טוט אונטערשאצן די שעדליכע זייט דערפון. זיי צייגן אן אז אין סטעיטס וואו מען האט עס לעגאליזירט, איז געשטיגן די צאל באנוצער וועלכע קומען אן אין שפיטאל, און די צאל קאר עקסידענטס פון דרייווערס וועלכע זענען אונטער די איינפלוס פון דעם דראג. דער אסאסיאציע פון "קאונטי געזונהייט באאמטע" האבן ארויסגעלייגט א סטעיטמענט, אין וועלכע זיי רייסן אראפ דעם גאווערנער פאר'ן נעמען די פאפוליסטישע שריט פון לעגאליזאציע אהן נעמען אין באטראכט די שווערע קאנסעקווענצן וואס עס קען ברענגען, און שטרייכן אונטער אז עס איז היפאקריטיש צו קעמפן קעגן רייכערן ציגארעטלעך אין די זעלבע צייט וואס זיי שטיצן דאס רויכערן צווייפלהאפטיגע סובסטאנצן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל