אין א רעדע היינט מאנטאג, האט גאווערנאר קאומאו געמאלדן א פלאן צו לעגאליזירן דעם מאַריכואַנאַ סובסטאנץ קומענדיגע יאר. די רעדע איז געווען פארצושטעלן פאר ניו יארקער זיין פלאן פאר די קומעדיגע 100 טעג, ווען אינצווישן האט קאמאו געמאלדן זיין פלאן צו לעגאליזירן דעם סובסטאנץ.

גאווערנאר קאומאו האט זיך אויסגעדריקט אז מיר האבן פאר יארן לאנג געהאט צוויי יוסטיץ סיסטעמען, איינס פאר די רייכע און איינס פאר ארימע און מיניאריטעטן, און עס איז שוין צייט אפצושטעלן דעם אומיוסטיץ.

מאַריכואַנאַ - אדער קאַנאַביס - איז פאר יארן לאנג באטראכט געווארן ווי א שעדליכער דראג, אבער געוויסע סטעיטס - אריינגערעכנט ניו יארק - האבן עס לעגאליזירט פאר מעדיצינישע סיבות צוליב שטודיעס וועלכע האבן געוויזן אז עס שאדט נישט ווען מען נעמט עס אין קליינע קוואנטומס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל