דער טעכנאלאגיע ריז גוגל האט היינט געמאלדן א פלאן צו אינוועסטירן איבער א ביליאן דאלער אין א 1.7 קוואַדראַט פיס שטח וואס וועט גערופן ווערן ''גוגל האדסאן סקווער''. גוגל'ס סי-עף-או (טשיף פיינענטשל אפיציר) רוט פארעט האט געמאלדן אז די נייע צענטער וועט ערמעגליכן פאר גוגל צו דאפלען אירע איינגעשטעלטע אין ניו יארק אין די קומענדיגע צען יאר. גוגל האפט זיך אנצוהויבן זיך אריבערצוציען אין די נייע קאמפלעקס אזוי פרי ווי 2020, און ענדיגן זיך אריבער צו ציען אין 2022.
דער שריט פון גוגל קומט נאכדעם וואס אנדערע טעכנאלאגישע ריזן ווי עפל און עמעזאן האבן זיך אנגעהויבן אויסצוברייטערן אין די מערב סטעיט. אבער אנדערש ווי עמעזאן, וועט גוגל נישט זוכן קיין שום שטייער שניטן אדער אנדערע פינאנציאלע צוזאגן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה