די פראנצויזישע אידן זענען געווארן א ציהל דורך געוויסע עלעמענטן אינערהאלב די געלע וועסטלעך באוועגונג. אין איין ווידיא האט א אקטיוויסט פון די געלע וועסטעך באוועגונג איינגעליידנט דעמאנסטרירער צו קומען באזוכן א לאקאלע חב''ד צו זעהן דאס צינדן מנורה, ארויסברענגענדיג אז אידן פייערן בשעת פראנצויזן שטארבן פון הונגער.

ביי געוויסע פראטעסטן האבן פראטעסטירער אויסגעשריגן סלאגאנען אנטקעגן אידן, און העכער א גרויסע שאסיי  אין פראנקרייך איז אויסגעהאנגען געווארן א גרויסע ליילעך מיט די ווערטער אז מאקרון איז פארקויפט פאר די אידן. דאס האט געברענגט אז עטליכע חב''ד הייזער האבן געמוזט זיין פארשלאסן צוליב זיכערהייט זארגן. איין חב''ד רב האט זיך אויסגעדרוקט, אז דאס איז די ערשטע מאל אין צענדליגע יארן וואס דער חב''ד הויז וועט נישט צושטעלן קיין סעודות אויף שבת קודש.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל