די דייטשע רעגירונג איז איינגעגאנגען צו באצאלן אן איינמאליגע סומע פון 2,500 יוראוס (2,800 דאלער) פאר מענטשן - רוב דערפון אידן - וואס זענען אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד אלס קינדער.
בערך 10,000 קינדער האבן פארלאזט דייטשלאנד, עסטרייך, פוילן, און טשעכסלאוואקיע, ביי באוואוסטע קינדער טראנספארטן, הארט ביים אויסברוך פונעם צווייטן וועלט קריג, דערונטער 7,500 אידישע קינדער. עס זענען היינט פארהאן בערך טויזענט פון די דאזיגע איבערלעבער, רוב פון זיי וואוינען אין ענגלאנד, די איבריגע זענען צושפרייט אין אמעריקע מדינת ישראל און אויסטראליע. א טייל פון זיי האבן שוין באקומען געלט און די 1950'ער יארן, אבער לויט די קלעימס קאנפערענץ, אן ארגאניזאציע וועלכע האט שוין פארטיילט איבער א ביליאן דאלער פאר איבערלעבער, זענען אלע קינדער איבערלעבער קוואליפיצירט פאר די יעצטיגע קאמפענסאציע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה