דער טערקישער אויסערן מיניסטער האט נעכטן געזאגט פאר די רויטערס נייעס אגענטור, אז טראמפ האט פארשפראכן פאר ערדאגאן ביי דער דזשי-20 סאמיט אין ארגענטינע אז וואשינגטאן ארבעט אויף דער אויסליפערונגס פראצעדור פון דער מוסלעמענער קלעריק פאטולא גולאן, וועלכע ווערט באשולדיגט אין די אדורכגעפאלענע פוטש פארזוך אנטקעגן דעם טערקישן פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדוגאן. טערקיי פארלאנגט שוין לאנג פון אמעריקע אויסצוליפערן דעם גייסטיליכן פאטולא גולאן, מיט דער באשולדיגונג אז ער האט ארויסגעהאלפן מיט דעם פוטש פארזוך אנטקעגן ערדאגאן אין 2016.

אין אנדערע נייעס פארבינדן מיט דעם טערקיש געבוירענעם גייסליכן פאטולא גולאן, איז א ביזנעס שותף פון דעם געוועזענעם נאציאנאלן זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין אנגעקלאגט געווארן אין אומלעגאל לאביאירן פאר טערקיי און ספעציפיש פאר'ן לאביאירן דאס אויסליפערן גולאן. פלין'ס קאלעגע בידזשען קין איז היינט געברענגט געווארן אין א פעדעראלע געריכט אין אלעקסאנדיע ווירדזשיע, וואו ער איז אנגעקלאגט געווארן אין עטלכע קלאגעס, אריינגעכנט דאס וואס ער האט זיך נישט רעגיסטרירט אלס א אויסלענדישער אגענט פאר ער האט אנגעהויבן לאביאירן פאר טערקיי.

פאטולא גולאן
פאטולא גולאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל