עטליכע קוועלער אינערהאלב די פעדעראלע רעגירונג, האבן געלאזט ארויסרינען צו די פרעסע, אז די טראמפ אדמינסטראציע זוכט צו העלפן סאודי אראביע צו איבערקומען דעם אינטערנאציאנאלן סקאנדאל, אין וועלכע זיי זענען פארפלאנטערט זינט די מארד פונעם סואדיער זשורנאליסט כאמאל קאשוגי.

טערקיי און פרעזידענט ערדואן שטייען אין שפיץ פונעם קאמפיין קעגן סאודי אראביע, און די טראמפ אדמיניסטראציע קלערט אין א פרואוו צו איבערצייגן טערקיי צו ״אראפגיין פונעם בוים״ צו אויסליפערן ערדואן׳ס געשוואוירענע פיינט וועמען דער טערקישער פרעזידענט האט פארשפראכן אים ״צו אפהאקן דעם קאפ״.

די רעדע איז פון פעטהולא גולאן, א טערקישער גייסטליכער וועלכער וואוינט אין פענסילוועניע זינט 1990, און ארדואן באשולדיגט אים אין שטיין אונטער דעם פוטש פארזוך מיט צוויי יאר צוריק, טערקיי האט פילע מאל פארלאנגט זיין אויסליפערונג, אבער אמעריקע האט דאס קאטעגארישע צוריקגעוויזן, לויט די באריכטן קלערט טראמפ פון נאכגעבן טערקיי אין אויסטויש פאר׳ן זיי שטיל מאכן איבער׳ן כאשוגי מארד.

אן אנאנימער באאמטער אין די רעגירונג האט געזאגט פאר די פרעסע, ״טראמפ זוכט צו העלפן סאודי אראביע זיך ארויסדרייען מיט׳ן אומברענגען א פאליטישע קעגנער, דורך העלפן טערקיי אויך ערמארדן א פאליטישע קעגנער״.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל