דער סי-ען-ען נייעס נעץ, האט געהאט א שטיקל זיג איבערן ווייסן הויז היינט אינדערפרי, ווען דער ריכטער האט ארויסגעגעבן א צייטווייליגע אורטייל וועלכע פארלאנגט אז דאס ווייסע הויז, זאל תיכף צוריקגעבן די ערלויבענישן פאר דשים עקאסטע צו אריינגיין צום ווייסן הויז, דאס קומט נאכדעם וואס סי-ען-ען האט געעפנט א געריכטליכע פראנט קעגן דעם ווייסן הויז פאר׳ן אוועקנעמען די פרעסע צוגאנג פאר איר'ס א זשורנאליסט וואס דאס ווייסע הויז זאגט, אז ער האט זיך אויפגעפירט פרעך צום פרעזידענט און צום ווייסע הויז שטאב. די שריט פונעם ווייסן הויז איז קריטיקירט געווארן דורך די פרעסע אלס א געפאר צום פרייהייט פון די פרעסע, און אפילו די רעכט גענויגטע ״פאקס-ניוז״ האט זיך צוגעשטעלט צו סי-ען-ען אין איר געריכטליכע קאמפ. דער יעצטיגער אורטייל איז צייטווייליג ביז דער ענדגילטיגער אורטייל ווערט באשלאסן.

בילד





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל