א שלימזל׳דיגע טעות וואס א פראקוראר האט געמאכט, האט אויפגעדעקט אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אנגעגרייט קרימינאלע קלאגעס קעגן דעם וויקליעקס גרונדער און אנפירער זשוליאן אסאנזש, און האט געברענגט א באלדיגע שטורעם. דער טעות איז געווען ווען אין געוויסע דאקומענטן וואס א פראקוראר פאר׳ן יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעגעבן פאר׳ן געריכט, האט ער אריינגעלייגט א פאראגראף וועלכע באלאנגט נישט דארט און עס רעדט איבער די פארברעכנס וואס אסאנזש איז אנגעבליך באגאנגען, ווי עס שיינט האט אן ארבייטער אינעם יוסטיץ דעפארטמענט געמאכט עפעס א ״קאפי-פעיסט״ טעות, און דערמיט אויפגעדעקט א רעגירונג געהיימניס. די נייעס האט ארויסגעברענגט קריטיק אין די ליבעראלע קרייזן אין אמעריקע, וועלכע זאגן אז טראץ וואס ער האט געשעדיגט אמעריקאנער נאציאנאלער זיכערהייט קען א קרימינאלע קעיס קעגן אים זיין א געפארפולע פרעצעדענט קעגן פרייהייט פון די פרעסע.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל