נאכדעם וואס די קאליפארניע פייערן זענען מער ווייניגער אונטער קאנטראל, קומט די ארבייט פון אויספארשן וואס האט געברענט דעם פייער, און אויך נישטערן די ברוכווארג פאר די קערפער, און נעכטן איז ארויסגעקומען א פרישע שאצונג מיט די שווערע נייעס, אז עס זענען מעגליך דא הונדערטער טויט, פיל מער ווי פריערדיגע שאצונגען.

אין די זעלבע צייט זענען שוין דא איבער 63 באשטעטיגטע טויטפעלער. און א געשאצטע 12,000 געביידעס זענען פארניכטעט געווארן אינאיינעם מיט איבער 140 טויזנט אקערלאנד פון וועלדער און פעלדער.

אין די זעלבע צייט ספראווען זיך די אויטאריטעטן, מיט אן ערנסטע לופטפארפעסטיגונג צוליב די פייערן, די מאס קארבאן מאנאקסייד אין די לופט איז געשטיגן צו געפארפולע שטאפלן און אויטאריטעטן אין סאקראמענטא האבן נעכטן אנגעהויבן אויסטיילן גאז מאסקעס פאר די מאסן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל