א טומעל האט אויסגעבראכן אויף א פליגער וואס איז ארויסגעפארן פון ניו יארק קיין תל אביב שפעט אין די פארטאגס שעה׳ן נאכדעם וואס די פילע שומרי תורה ומצוות האבן איינגעזען אז זיי וועלן לאנדען אין תל אביב הערשט נאכ׳ן זמן, דער פליגער האט זיך געפונען אויפ׳ן ראנוועי פאר לאנגע שעות און די פרומע רייזנדע האבן פראטעסטירט און פארלאנגט אז מען זאל זיי אראפלאזן פונעם פליגער. די מאנשאפט האט אבער געזאגט אז מען קען נישט צוריק עפענען די טירן און זיי האבן געווארט פאר לאנגע שעות אויפ׳ן ראנוועי.

הערשט נאכ׳ן ארויספארן ווען די פארוואלטונג פון די ״אל-על״ לופטליניע געזען אז דער פליגער וועט נישט אנקומען צו לאנדן פאר שבת האבן זיי באפוילן פאר׳ן פילאט צו פארקירעווען דעם פליגער קיין אטענס אין גריכנלאנד ווי זיי זענען אנגעקומען הארט פאר שבת און דער ארטיגע חב״ד שליח האט זיי אפגעווארט אין לופטפעלד און זיי צוגעשטעלט אש״ל מלא פאר שבת.

בילד




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל