"אויב זעט איר א שניי טראק רייניגן, פארבינדט אייך באלדיג צו די סיטי ווייל עס איז ווארשיינליך גע'גנב'ט" האט א ניו יארקער הומאריסט געשריבן אויף סאציאלע מידיא היינט אינדערפרי, און דערמיט ארויסגעהויבן די אויפברויז פון ניו יארקער איינוואוינער, אויף די שלימזל׳דיגע האנדלונג פון דעבלאזיא און זיין אדמיניסטראציע מיט׳ן נעכטיגן שניי שטורעם.

דער שטורעם האט אנגעהויבן אין די מיטאג שטונדען, און ווען עס איז געקומען אווענט זענען רוב שאסייען אין די טריי-סטעיט געגענט געווען פאראליזירט און עס זענען באריכטעט געווארן צענדליגע שווערע עקסידענטן איבער גאנץ ניו יארק, צענטראל גאסן אין מאנהעטן און אין ברוקלין זענען געווען גענצליך בלאקירט צוליב עקסידענטן, און שניי טראק׳ס זענען נישט געווען צום געפונען.

טראץ וואס עס איז געווען בלויז 6 אינטשעס האט זיך דער שניי שנעל אנגעכאפט און איבערגעלאזט א גליטשיגע און אנגעלייגטע גאסן, טויזענטער זענען געבליבן געשטראנדעט אונטערוועגנס, דאס האט געברענגט א רוף פאר די-בלאזיא צו רעזיגנירן פון אמט, ״5 אינטשעס פון שניי האט פארקריפלט ניו יארק סיטי, דאס איז אומדערהערט און דער מעיאר דארף רעזיגנירן פון אמט״ האט געזאגט איין סיטי קאנסיל מיטגליד.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל