דער רעזשים אין צפון קארעא האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן דורכגעפירט א פראבע מיט א נייע טעכנאלאגישע פארגעשריטענע וואפן, זיי שרייבן אז דער וואפן ווערט שוין אנטוויקלט לאנגע יארן און איז פון די העכסטע טעכנאלאגישע מעגליכקייטן, און אז דער פראבע - וועלכע איז געווען אינעם אנוועזנהייט פונעם דיקטאטור קים יאנג-אן - איז אריבער מיט סוקסעס. דאס איז דאס ערשטע מאל אין חדשים וואס צפון קארעא פירט דורך וואפן פראבעס, און ווערט געזען ווי א סיגנאל צו וואשינגטאן, אז זיי זאלן זיך בייגן צו אירע פארלאנגען אין די אנגייענדיגע געשפרעכן ארום איר נוקלעארער פראגראם, דאס קומט נאכדעם וואס אן אמעריקאנער אינסטיטוציע האט פארעפנטליכט פאריגע וואך אן אפשאצונג אז צפון קארעא אפערירט 13 געהיימע מיסיל באזעס טראץ די אנגייענדיגע געשפרעכן. א ווארטזאגער פאר׳ן סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אז אמעריקע איז נישט באזארגט איבער דעם טעסט און אז מען גייט ווייטער אן מיט די געשפרעכן פאר א צווייטע סאמיט צווישן טראמפ און קים יאנג-אן.

בילד






גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל