שטייענדיגע הארט פאר׳ן דשי-20 סאמיט וואס ווערט אפגעהאלטן אין צוויי וואכן ארום אין בואנעס איירעס, ארבייטן די דארטיגע זיכערהייט אויטאריטעטן שווער צו פארזיכערן אז עס הערשט נישט קיין שום געפאר אויף די צענדליגע וועלט פירער, וועלכע וועלן זיך קומען באטייליגן. נעכטן האבן די אויטאריטעטן געמאלדן אז זיי האבן אויפגעבראכן א טעראר צעל פון חיזבאלא אין ארגענטינע און ארעסטירט צוויי טעראריסטן, וועלכע האבן געהאלטן זאפאסן פון געווער אין זייער היים אין בואנעס איירעס, פאליציי האט ארויסגעגעבן בילדער פון די געווער און פון כאזבאלע פראפאגאנדע מאטריאל. דאס איז נאך א קלאפ פאר די אינטערנאציאנאלע טעראר נעץ פון איראן נאכדעם וואס מען האט זיי אין די לעצטע וואכן געכאפט פלאנירן טעראר אטאקעס אין פראנקרייך און אויך אין שוועדן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל