ארום 20 פארליאמענט מיטגלידער פון די קאנסערוואטיווע פארטי, האבן אריינגעגעבן א ביטע צום פארליאמענט ספיקער, צו עפענען אן אפשטימונג פון קאנפידענץ, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז די פארליאמענט מיטגלידער קענען שטימען אז זיי פארמאגן מער נישט קיין צוטרוי אין די פירערשאפט פונעם פרעמיער מיניסטארשע און איר אזוי ארום אויסצווינגען פון איר פאזיציע.
די אפשטימונג איז ערווארטעט צו ווערן אפגעהאלטן קומענדיגע דינסטאג, און נאך ארום 28 מיטגלידער אין די קאנסערוואטיווע פארטיי האבן אנגעדייטעט, אז זיי וועלן מעגליך שטימען קעגן מעי, אונטער דעם געזעץ דארפן 15% פון די פארטיי מיטגלידער שטימען קעגן דעם פירער, אויף צו עפנען א פרישע אפשטימונג איבער ווער עס זאל זיין די פארטיי פירער.
דאס קומט אין ליכט פון דעם וואס מעי האט אויסגעהאמערט אן אפמאך מיט׳ן אייראפעישן פאראיין, וואס פילע אין די פארטיי זענען אומצופרידן דערמיט, און באשולדיגן איר אין גיין קעגן די אינטערעסן פון די ברעקזיט וויילער, אנאליסטן שאצן אז מעי וועט צום סוף פארבלייבן אין אמט, אבער עס בלייבט איבער צו זען אויב זי קען קריגן די שטימען פאר איר ברעקזיט אפמאך.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה