אין א אנקעטע גענומען אין אייאווע, די ערשטע סטעיט ווי קאנדידאטן פון ביידע פארטייען הויבן אן דעם פרעזידענטליכער פארמעסט, טוען 32 פראצענט וויילער שטיצן דעם געוועזנעם וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען, 19 פראצענט שטיצן סענאטאר בערני סענדערס, 11 פראצענט שטיצן קאנגרעסמאן בעטאָ אָ'ראָורקע, 8 פראצענט שטיצן סענאטארשע עליזאַבעט וואָרען און 5 פראצענט שטיצן סענאטארשע קאמאלא העריס.

לויט באריכטן באטראכט בערני סענדערס צו נעמען בעטאָ אָ'ראָורקע אלס זיין מיטלויפער צוליב דעם וואס אָ'ראָורקע איז יונג און א הויפט שוואכקייט פון סענדערס איז זיין הויכע עלטער. למעשה האט מען אבער געהערט מורמלערייען פון ליבעראלע אקטיוויסטן וועלכע זענען נישט צופרידן מיט אָ'ראָורקע'ס רעקארד, ווייל ער האט זיך טיילמאל צוגעשטעלט צו טראמפ.

אין אנדערע נייעס איז פארגעקומען א זיצונג צווישן בערני סענדערס און עליזאַבעט וואָרען איבער דער 2020 פרעזידענטליכער פארמעסט, ווי ביידע האבן געזאגט אז וועלן לויפן פאר פרעזידענט. עס הייסט אבער, אז ביידע וועלן לויפן באזונדער און נישט אויף איין טיקעט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל