מדינת ישראל האט אריינגעלאזט א דזשורנאליסט פון דער סי-ען-ען נייעס אגענוטר צו באזוכן אייינע פון די טונעלן וואס די מדינת ישראל מיליטער האט געטראפן אין ''אפעראציע צפון פאנצער'', אן אפעראציע אין וועלכע מדינת ישראל האפט צו טרעפן און צושטערן אלע טונעלן וואס דער טעראר גרופע חיזבאלע האט געגראבן פון לבנון אריין צו מדינת ישראל. דער רעפארטער וועלכער האט אין דער פארגאנגענהייט באזוכט ביי א טונעל געגראבן דורך דער איסלאמישע-דזשיהאד טעראר גרופע צווישן עזה און מדינת ישראל, האט זיך אויסגעדרוקט אז אנדערש ווי די עזה טונעל וועלכע איז געווען שטיקעדיג הייס און בכלל נישט צו שטארק סאפיסטיקירט, איז דער דאזיגער טונעל געווען פיל מער סאפיסטיקירט מיט ווענטילאציע, עלעקטריציטעט, און איז אויך געווען גרעסער ווי דער עזה טונעל וועלכע ער האט באזוכט.
מדינת ישראל האט אנגעהויבן ''אפעראציע צפון פאנצער'' צו אנטדעקן חיזבאלע טונעלן בערך צוויי וואכן צוריק. דערווייל זענען פיר טונעלן געפונען געווארן, און דער מיליטער האפט צו טרעפן נאך. דער אפעראציע איז ערווארטעט צו נעמען נאך לאנגע חדשים.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה