דער ניו יארקער סיטי קאונסיל האט איינשטימיג באשטעטיגט א געזעץ וועלכע וועט פארלאנגען אז אלע ניו יארקער סקול באסעס זאלן מוזן אינסטאלירן א דזשי-פי-עס טרעקער וועלכע זאל ערלויבן אלע עלטערן צו קענען נאכקוקן פון זייערע סמארטפאונס וואו דער באס געפונט זיך, ענליך צו די טעכנאלאגיע וואס ערלויבט צו זען ווי דער קאר איז ווען מען באשטעלט אן "אובער". דער געזעץ איז אויפגעברענגט געווארן נאך דעם שניי שטורעם פאריגן נאוועמבער, וועלכע האט איבערגעלאזט עטליכע באסעס געשטראנדעט אין די שניי און עלטערן זענען געווען באזארגט איבער זייערע קינדער. דאס וועט אויך באקוועמער מאכן פאר עלטערן צו וויסן ווען מען דארף אראפגיין ארויפלייגן און אראפנעמען די קינדער פון די באס, און וועלן נישט דארפן ווארטן אין די גאס. דער געזעץ גייט אריין אין קראפט קומענדיגע סעפטעמבער. פון די ספאנסארס פונעם ביל איז דער בארא פארקער קאנסילמאן ר' חיים דייטש און ר' קלמן יעגער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל