ווער פייפט דא פון די הימלישע ספערן?, פרעגן נאסא סייענטיסטן און אנגעשטעלטע קאסמישע אויערן, וועלכע כאפן אויף מאדנע סיגנאלן פון גאר ווייטע גאלאקסיעס.
עפעס האבן זיי נישט קיין מנוחה פון עפעס א מאדנעם פייף וואס שטערט זיי. עס איז נישט א פייף פון אונזער שכן דאהי, ניטאמאל פון אונזערע מילקי וועי גאלאקסיע, ניטאמאל פון די לאקאל אדער די ווייטערע אנדרעמידע גאלאקסיע.
מ'רעדט פון א סארט קול, וועלכע שלאגט זיך צו אונז פון א ווייטקייט פון 1.5 ביליאן (בּ רבָּתי) ליכט יאר. (יעדע ליכט יאר איז א קיימא לן פון קרוב צו זעקס טריליאן מייל...)
אלזא מען רעדט דא פון א שטרעקע אביסל מער פון א תחום שבת, וואס דרייט א קאפ פאר די סייענטיסטן וועלכע קענען נישט מקיים זיין דעם שינת בשבת צוליב דעם תריעה טרילי-טריליאנען מייל אוועק פון עפעס א פארשטופטע גאלאקסיע.
צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן איז שווער צו וויסן, אבער זיי שרייען יאוונע ויאסנע אז זיי האבן געכאפט דעם טוטער וואס טומלט ארום און לאזט הערן ביז אונזערע סיגנאל-אויפכאפער הנקרא טעלעסקאפן.

אלענפאלס די קולות קומען אין פארמען פון ראדיא-בורסעס אדער עף.אר.בי., לויט די לעצטע אנדייטונג פון די קאנאדישע ראדיא טעלעסקאפ. די קאנאדער CHIME ראדיא טעלעסקאפן זענען עטליכע הונדערט פוס לאנג, און שפיצן אן די אויערן צו די הימלישע קלאנגען און ראדיא סיגנאלן, און יעצט ב"ה קען מען שוין רואיגער שלאפן. מ'ווייסט שוין ווער ס'איז שולדיג. טוען עפעס דערצו, זעהט נישט אויס, דערווייל.
געשריבן דורך ווייזער
הוסף רשומת תגובה