אין אַן אָפּ-עד צו די וואַשינגטאָן פאסט, האט דער געוועזענע רעפובליקאנער קאַנדידאַט פאר פרעזידענט און אריינקומענדיגע אמעריקאנער סענאַטאָר, מיט ראמני געזאגט אז טראמפּ האט פארפעלט זיך אהערצושטעלן צו די אמט וואָס ער איז ערוויילט געווארן.

געוויסע טראמפּ פּאַלאַסיס קענען אַרבעטן, אָבער עס איז די כאַראַקטער פונעם פּרעזידענט - אָדער די מאנגל דערפון - וואָס שאַדט פאר די פאַראייניגטע שטאַטן, האט ראמני געשריבן היינט מיטוואך.

"אין אַ גרויסע וועג, טוט אַ פּרעזידענטשאפט פאָרמירן די פובליק כאַראַקטער פון דעם לאנד. א פּרעזידענט דארף אונז פאַרייניגן און אונז אינספּירירן". אבער דארט איז וואו טראמפּ, און דעריבער אַמעריקע, פאלט אַראָפּ, טענה'ט ראָמני.

"אלס אַ פאָלק, האָבן מיר שוין זוכה געווען צו פּרעזידענטן וואס האָבן גערופן צו די גרויסקייט פון די אמעריקאנער גייסט. מיט דעם פאָלק אַזוי צעטיילט, מיואש און בייז, איז פּרעזידענטליכע פירערשאַפט אין כאַראַקטער קוואַליטעט גאר וויכטיג", האט ראמני געזאגט. "און עס איז אין דעם הינזיכט וואו די יעצטיגער'ס דורכפאלן שרייט דאס מערסטע ארויס".

ראמני האט ארויסגעברענגט אז די גלאבאלע רעספּעקט פאַר אַמעריקע אונטער טראמפּ פאַלט געפערליך, און מיט דעם קומט די פּרייז פון פארלירן פריינד און אויטאָריטעט וואס קומט נאר מיט פארלעסליכע פירערשאַפט.

"צוריקצובאקומען אונזער פירערשאַפט אין וועלטליכע פּאָליטיק, מוזן מיר פאַרריכטן פעלער אין אונזער היים פּאָליטיק". די פּראיעקט הייבט זיך אוודאי אן מיט דעם העכסטן אָפיס זיך ווידעראַמאָל אויפפירן צו אינספּירירן און אונז פאראייניגן", האט ראמני געזאגט.

לויט ראמני, האט די טראמפּ פּרעזידענטשאפט געפאלן צו נייע נידריגקייט אין דעצעמבער, דורכ'ן פארלירן די דערפאַרענע פארטיידיגונג סעקרעטאַר דזשעימס מעטיס און ווייסע הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי. אבער עס איז געווען דער זיגעלדיגע נאָמינירונג "פון וויכטיגע פאזיציעס דורך ווייניגערע ערפאַרונג", און די אפשאקלונג פון גוטע פריינד וואס שעדיגט דאס מערסטע דעם פאָלק , האט ער צוגעלייגט.

"די פּרעזידענט'ס אומדורכגעטראכטע שלאָג-וואָרט אַז אַמעריקע איז שוין לאַנג שוין אַ "סאָקער" (שוואכלונג) אין וועלטליכע אַפעירס, האט אַראָפּגעברענגט זיין פרעזידענטשאפט," האט ראמני געזאגט.

"עס איז באקאנט אַז דאָנאַלד טראַמפּ איז נישט געווען מיין ערשטע אויסקלויב פאַר די רעפובליקאנער פּרעזידענטליכע נאַמינאציע. ווען ער איז געווארן די נאמימירטער קאנדידאט, האָב איך געהאָפט אַז זיין קאמפיין וועט אויפהערן מיט די ביטערקייט און נאמען-רופעריי".

"עס האט נישט", האט ער געקלאגט.

בקיצור, טראמפּ'ס אויפפירונג איבער די פאַרגאַנגענע צוויי יאר, און ספּעציעל זיין האַנדלונגען אין דעצעמבער, זענען באווייזן "אַז דער פּרעזידענט איז נישט געשטיגן צו די הויכקייט פון די אָפיס", האט ראַמני באשולדיגט.

ראמני, א רעפובליקאנער פון יוטא און די פארטיי'ס 2012 נאמינירטע קאנדידאט פאר פרעזידענט, וועט איינגעשוואוירן ווערן אין דער סענאט דאנערשטאג, און האט אונטערגעשטראכן זיין ווילן צו ארבעטן מיט ביידע די ווייסע הויז און יונגע סענאטארן צו דערגרייכן א ענדערונג אין פּאָליטיק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל