דזשעמס נאָרמאַן מעטיס, געבוירן אום סעפּטעמבער 8 1950, איז א געוועזענע גענעראל אין די אמעריקאנער מארינס, און האט געדינט אלס דער זעקס און צוואנציגסטע פארטיידונגס סעקרעטאר פון די פאַראייניגטע שטאַטן.

מעטיס האט גראדואירט אין 1968 פון די קאלאמביע הויעך-שולע, און אין 1969 איז ער אריין אין די מארין פארס, ווי ער האט געדינט אלס גענעראל ביז 2013. אין 2017 איז ער געווארן די פארטיידונגס סעקרעטאר אונטער די טראמפ אדמינסטראציע, נאכדעם וואס ער איז באשטעטיגט געווארן דורך די סענאט 98 צו 1 (נאר קירסטין דזשיליבראנד האט געשטימט דערקעגן).

אלס פארטיידונגס סעקרעטאר, האט מעטיס געשטיצט די לאנד'ס פּאַליסי צו געטריי פארטיידיגן דרום קארעא פון איר צפון שכן. ער איז געווען דערקעגן פון אמעריקע'ס נאנטע מיליטערישע קאאפעראציע מיט רוסלאנד, און כסדר גערעדט איבער די סכנה וואס די רוסן זענען צו די פרייע וועלט. פון צייט צו צייט האט מעטיס אויסגעדרוקט קעגנשאפט צו פּאַליסיס פון די טראמפ אדמיניסטראציע, אריינגערעכנט דאס זיך ארויסציען פון די איראנער אפמאך, און בודזשעט שניטן וואס האט אוועקגענומען פאנדן פון די אגענטורן וואס האבן א איבערזיכט אויף קלימאט טויש.

ער האט רעזיגנירט אין פראטעסט צו טראמפ'ס סיריע פאליסי


לעצטע אפדעיט: ה' בראשית תשע"ט

באַשריבן דורך יושע לאווי צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל