פארווארט


לקראת הזמן החדש, בעטן מיר פונעם אדון כל אז מיר זאלן מצליח זיין ארויסצוקומען מיט די מאמרי ׳שערי מדע׳ מער אפט, וחפץ ה׳ בידינו להצליח.

אין די לעצטערע וואכן האט די אלגעמיינע וועלט שטודירט די מושג פון ׳זכרון׳: סיי ווילאנג אויפצוריק מ׳קען געדענקען. ווי אויך אויב די מח פון א מענטש קען מישן פאקטן מיט דמיונות אז מ׳זאל באמת האלטן אז מ׳געדענקט עפעס און ס׳זאל זיין א חלק דמיון און א חלק פאקטן.

כדרך ישראל ואורייתא ווען חקירות קומען ארויף ווענדט מען זיך צו די הייליגע חז״ל און די ספרי קדמונינו צו זעהן וואס די אמת׳ע מהלך איז ביי אזאנע פעלער. מיר האבן אפירגעזוכט מאמרי ׳שערי מדע׳ ווי עס איז שוין אין די פריערדיגע יארן ארומגערעדט געווארן איבער זכרון, עדות והמסתעף, און מיר האבן עס אייך דא צוגעברענגט כשלחן ערוך.

זכרון איר באגריף:


'זכרון' באדייט דאס מעגליכקייט פונעם מענטש צו קענען ארויפברענגען וויסענשאפט פון די פארגאנגענהייט. די כוזרי (ה,יב) רופט אן 'זכרון' די 'כח השומר'[א] וואס טוט טוט אוועקלייגן די זאכן וואס מ'האט אויפגעכאפט דורך די פינף חושים. דאס געדענקען איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, איינס וואס ווערט אוועקגעלייגט אין די טיפע מח קאמערן און מ'טוט עס נאר ארויפברענגען ווען מ'דארף זיך דערמיט באנוצן, צב"ש א גרויך. די צווייטע חלק איז וואס מ'געדענקט אויפן ארט און מ'באנוצט זיך דערמיט כסדר ווי צב"ש דערקענען פנימ'ער אד"ג. זכרון איז נישט קיין הונדערט פראצענטיגע זאך, צומאל קען טראפן פון דמיון און כוואליעס פון כח הציור זיך אויסמישן מיט די זכרון און עס פארוואנדלען און א 'מציאות', און די מענטש וועט ביי זיך האלטן חי וקים אז אזוי און אזוי האט ער געזעהן. דאס קען זיין א פראבלעם ביי 'עדות'.

אין די קומענדיגע מאמר וועלן מיר בעז"ה ארומרעדן איבער 'עדות און זכרון', ווי אויך פון ווען אן א קינד פאנגט אן צו דערקענען א מאמע. צווישן די מאמרים וועלן פארשידענע נושאים און קרישקעלעך ארויסשפראצן, און וועט מחיה נפשות זיין און פארשטערקערן די קדושה פון דברי חז"ל און מציאותו יתברך שמו.

בנוסף האבן מיר צוגעלייגט די 'להלומדים', כשמו כן הוא, פאר די וואס ווילן זיך מעמיק זיין בחלק התורני והלמדני זאלן האבן די מעגליכקייט.

עדות און זכרון


עדות איז פון די שטערקסטע באווייזן וואס קען באשליסן טויט און לעבן, ארים אדער רייך. אין די וועלט בכלל איז אנגענומען אז א עד ראיה, א אי"י (אויגן) וויטני"ס (עדות) איז זייער א שטארקע באווייז קעגן א באשולדיגטע. ווען עס איז נישטא קיין 'לעבעדיגע עדות', ווערט די קעי"ס שוואכער, און הייסט א 'סירקא"מ סטענשע"ל' קעי"ס, דאס הייסט אז עס איז געבויט אויף השערות און נישט אויף קיין לעבעדיגע עדות.

אבער פאר עטליכע יאר צוריק איז ערשינען א לענגערע באריכט פון א פראפעסאר, און עס האט אריינגעווארפן צווייפלען אין די קראנטקייט פון א עד ראיה. די צווייפלן איז געבויט אויף גאר א אינטערעסאנטע פאקט ווי אזוי די 'זכרון' פון א מענטש ארבעט.

ווי עס שטעלט זיך ארויס קען די 'עד' אליינ'ס האלטן אז ער זאגט 'אמת', אפילו במציאות איז עס נישט געווען אמת. דאס הייסט נישט אז אז ער זאגט ליגענט נאר לויט ווי אזוי די זכרון ארבעט, וועט דער מענטש האלטן באמת אז ער זאגט יעצט אמת וואס ער האט געזעהן.

די פארשונג איבער 'זכרון' צייגט, אז אונזער מח ארבעט נישט ווי א 'ווידיא' וואס ווען מ'טראכט צוריק וואס מ'האט געזעהן שפילט זיך די גאנצע סצענע איבער אין מח. נאר מיט די צייט קען די זכרון משלב זיין אנדערע פאקטן פון גאר אנדערע מעשיות, און עס אריינמישן מיט די סצענע [פאר א דוגמא קען מען ניצן א 'חלום', ווי וואס מ'טראכט בייטאג מישט זיך אויס פאר איין לאנגע מעשה].

די מח קאמערלעך טוען אריינלאזן פארגרייזטע, אדער זאכן וואס זענען נישט רעלעווענ"ט פאר די מעשה וואס מ'האט געזעהן. און ווען דער עדות זאגט עדות וואס ער האט געזעהן, זאגט ער עס איבער פון זיין זכרון, און פאלשע חלקים מישן זיך אריין. די פאלשע חלקים קענען אויך קומען פון אינדערויסן, צב"ש ער ליינט איבער א צייטונג וואס דערציילט די נייעס איבער די פאסירונג וואס ער האט געזעהן, און שפעטער ווען עס קומט עדות צו זאגן, וועט ער אומווילענדיג דערציילן פאקטן וואס ער האט באמת נישט געזעהן, אבער זיין זכרון וועט אים זאגן אז ער האט עס געזעהן (און נישט אז ער האט עס געליינט).

נאך א פאקט. פון ווען מיינט איר פאנגט מען אן צו פארגעסן? שוין צוואנציג מינוט נאך די פאסירונג, געשעהט שוין א נידערלאגע אין די פרטיותדיגע און מדוקדק'דיגע טיילן. די צווייטע טאג געשעהט שוין א דראסטישע טויש אין די זכרון. און ביי רוב מענטשן, נאך זעקס טעג געדענקט מען שוין כמעט נישט די 'פרטים' פון די מעשה, און עס בלייבט נאר איבער די 'כללים'. [אגב, דעריבער איז פארשטענדליך אז יעדע זיבעטן טאג איז שבת קודש, אז 'זכור את יום השבת לקדשו' זאלן די פרטים אויך נישט פארגעסן ווערן].

דעריבער טענה'ט דער פראפעסאר, אז די אופן ווי אזוי די ווערטער פון א 'עדות ראיה' ווערט אנגענומען איז טעות מיסודה. פאר פערציג יאר צוריק איז פאר די פראפעסאר געלונגען אויפצווייזן די אומשולד פון איינעם וואס מ'האט באשולדיגט אין מארד. די אויפווייז איז געווען, דורכדעם וואס איז פארן פראפעסאר געלונגען צו צייגן אז די 'זכרון' פון די עד איז נישט באגלייבט.

וואונדער איבער וואונדער, מערערע געריכטן פארלאנגן א 'צווייטע עדות'! ווייל אויף איינס, איז מען מסופק צו מ'קען זיך פארלאזן, צוליב די 'זכרון פארפירעריי'.

לא יקום עד אחד באיש


די הייליגע תורה לערנט אונז שוין "לא יקום עד אחד באיש, וגו' על פי שני עדים או על פי שלשה יקום דבר". מ'דארף האבן 'צוויי עדות' צו קענען [ב] באשולדיגן א מענטש. פארוואס צוויי? די נתיבות (קמה-ב) זאגט אז עס איז מסברא, ווייל 'צוויי' זאגט מען נישט אז זיי זאגן ליגענט. לאמיר עס ברייטער אויסשמועסן, אויב קוקט מען אריין אין פרק חמישי פון מסכת סנהדרין (היו בודקין) זעהט מען איבער די צוגאנג פון די 'דרישות וחקירות' וואס מ'האט יעדע עד פארזוך אויסגעפרעגט און דערנאך האט מען געזעהן צו זיי זאגן די זעלבע [ג].

מ'פארציילט אז איינמאל האבן אנשי בליעל אין די שטאט ווילנא געמאכט א נידריגע בלבול אויף איינע פון די נכבדי העיר, און זיי האבן געדינגן עדי שקר וואס זאלן פאלש עדות זאגן אין בי"ד. ווען די מעשה איז אנגעקומען צו די אויערן פון די הייליגע גר"א זצוק"ל, האט ער חושד געווען אז עס האנדעלט זיך פון א פאלשע מעשה. דעריבער האט דער גר"א אליינס געוואלט חוקר ודורש זיין די עדים. ווען זיי זענען געקומען צום גר"א, האט יעדע איינע פון די עדים באזונדער פארציילט די מעשה. נאכן זיי אויסהערן האט דער גר"א פארמאכט זיינע אויגן, און האט זיך געגעבן א שטעל אויף און אויסגערופן, עדי שקר זענען ענק, די עדים האבן זיך דעשראקן און האבן מודה געווען אז זיי זענען געדינגען געווארן עדות צו זאגן.

האבן די דיינים געפרעגט דעם גר"א, ילמדנו רבינו, פון ווי האט דער רבי געוויסט אז זיי זענען פאלשע עדות? האט זיי דער גר"א גענטפערט: דאס האב איך מדייק געווען פון די משנה אין סנהדרין (מ.): די משנה זאגט אז בי"ד הערט אויס די עדותשאפט פון יעדע עד באזונדער "אם נמצאו דבריהם מכוונים" איז א סימן אז די עדות זאגן אמת. פארוואס זאגט די משנה די לשון 'נמצאו' ? נאר, זאגט די גר"א, יעדע מענטש פארמאגט א אייגנע סגנון הלשון א שפראך ווי אזוי מ'פארציילט א מעשה וואס מ'האט געזעהן. דעריבער, אויב די דיינים האבן געהערט פון ביידע עדים שונים במקצת אביסעלע אנדערש, אבער נאכן צוגלייכן די צוויי עדות'שאפטן זעען זיי אז אפילו די וועג וויאזוי די מעשה איז פארציילט געווארן איז אנדערש, אבער די עצם מעשה שטימט. דאן איז א סימן אז זיי זענען אמת'ע עדים. אבער דא, האט דער גר"א פארענדיגט, איז נישט געווען קיין שום חילוק אין די אופן וויאזוי זיי האבן פארציילט די מעשה! זיי האבן ממש פארציילט די מעשה די זעלבע ווארט ביי ווארט, דאס איז געווען פאר מיר א סימן מובהק אז זיי זענען אנגעגרייט געווארן דורך איינעם צו זאגן די זעלבע זאך די זעלבע ווערטער אז עס זאל אויסזעהן ווי אמת'ע עדות [ד].

בספר שרגא בטהרה אין די הקדמה (מהמו"ל), ברענגט ער א מעשה וואס דער מחבר הרה״ג רבי שמואל דוד פרידעמאן שליט״א האט געהאט מיט מרא דארעא דישראל מרן מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל, ווען ער איז נאך געווען גאב"ד חוסט איז איינמאל געווען א דין תורה ווי צוויי עדות האבן עדות געזאגט. דער ראב"ד רש"ד פריעדמאן האט חושד געווען אז זיי זענען עדות שקר, וויבאלד נאך זיי עטליכע מאל איבערפרעגן, האבן זייערע ווערטער געשטימט ממש ווארט ביי ווארט. דעריבער האט ער אפגעשריבן די עדותשאפט, און ער האט געבעטן רשות פונעם גאב"ד אפצושטופן די פסק פאר עטליכע חדשים, און נאך עטליכע חדשים האט ער זיי נאכמאל אויסגעפרעגט, און ווידער זייערע ווערטער האט געשטימט אזוי ווי אפאר חדשים צוריק, לבסוף האבן זיי זיך מודה געווען אז זיי זענען באצאלט געווארן עדות צו זאגן.

פון די זעהן מיר אז די 'שונה' די אנדערשקייט פון צוויי מענטשן איז א סיבה און א סברא אז ווען זיי דערציילן ענליך וואס זיי האבן געזעהן זענען זיי באגלייבט. ווייל אפילו יעדער פארזוך טוט זיין זכרון אים פאָפּן, אבער עס פאָפּט זיך אנדערש ביי יעדע מענטש. און דאס וואס זיי זאגן די זעלבע איז א סימן אז ס'איז געווען א מציאות. ווי די קובץ הערות (סג-ג) איז מבאר אז די 'נאמנות' פון 'צוויי' עדים איז א 'בירור גמור' און א 'עד' אחד ווען ער איז נאמן איז עס נישט קיין בירור גמור.

אפילו אויף אזא איינער ווי שלמה המלך, לערנען אונז חז"ל אז ער קען נישט עדות זאגן אליינס ווען עס פארלאנגט זיך צוויי. חז"ל (סנהדרין לז:) דערציילן איבער רבי שמעון בן שטח, וואס לערנט אונז אין אבות (א,ט) והוי מרבה לחקור את העדים וכו' אמר רבי שמעון בן שטח: אראה בנחמה אם לא ראיתי אחד שרץ אחר חברו לחורבה, ורצתי אחריו, וראיתי סייף בידו ודמו מטפטף והרוג מפרפר. ואמרתי לו: רשע, מי הרגו לזה, אני או אתה? אבל מה אעשה שאין דמך מסור בידי, שהרי אמרה תורה (דברים יז:ו) "על פי שנים עדים יומת המת". היודע מחשבות יפרע מאותו האיש שהרג את חברו. אמרו: לא זזו משם עד שבא נחש והכישו ומת.

באידיש: רבי שמעון בן שטח פארציילט אז ער האט געזעהן ווי איינער לויפט נאך א אנדערעם אריין אין א חורבה, און איך בין אים נאכגעלאפן, און איך האב געזעהן א שווערד אין זיין האנט און בלוט האט דערפון גערינען, און דער הרוג האט זיך נאך געווארפן. איך האב אים געזאגט 'רשע' ווער האט דעם איד געהארגעט, איך אדער דו? אבער וואס זאל איך טון אז דיין בלוט איז נישט איבערגעגעבן אין מיינע הענט, ווייל די תורה פארלאנגט אז נאר דורך 'צוויי' עדות יומת המת. אבער דער יודע מחשבות וועט זיך מיט דיר אפערעכענען. און תיכף איז געשעהן אז א שלאנג איז געקומען און אים געביסן און איז אוועק.

הנלמד מזה, איבער די דיני התורה פונעם יוצר האדם וואס כהיום איז אויך קלאר אין די נישט אידישע וועלט אז 'על פי שנים עדים' יקום דבר איז שטארק, דערקעגן 'עד אחד' קען זיין פאלש.

ווילאנג קען מען געדענקען?


די גמרא במס׳ כתובות (כ:): אמר רב חסדא ש"מ מרבי מאיר האי סהדותא עד שיתין שנין מידכר טפי לא מידכר ולא היא התם הוא דלא רמיא עליה אבל הכא כיון דרמי עליה אפילו טובא נמי. לפי פשטות הגמרא, איז לפי רבי מאיר קען א מענטש געדענקען א נארמאלע געשעניש ביז זעכציג יאר. און ביי א פאל אויב דער מענטש ווייסט אז ער וועט דארפן עדות זאגן, וועט ער געדענקען די געשעניש פאר אסאך לענגער.

אין שולחן ערוך (חו״מ סימן כח סי״ג) פסקנ׳ט דער מחבר: כל זמן שזוכר האדם יכול להעיד לעולם ואינו חושש שמא מתוך שנתיישן הדבר הרבה אינו זוכרו על בוריו אפי' אינו נזכר לעדות אלא מתוך הכתב שכשמסרוהו לו כתבו בפנקסו לזכרון דברים ושכח הדבר ואינו נזכר אלא מתוך הכתב יכול להעיד והוא שאחר שראה הכתב נזכר לדבר. – דער סמ״ע על אתר לייגט צו: כל זמן שזוכר האדם כו'. ל"מ אם נעשה מתחלה עד בדברת דאז מתחלה רמיא אנפשיה ואינו שוכחו. אלא אפילו לא נעשה מתחלה עד בדבר מכל מקום כשעתה רמיא אנפשי' לזוכרה מעיד לו ועד"ר.

מיר זעהן אז על פי שלחן ערוך, ווילאנג א מענטש זאגט אז ער געדענקט קען ער עדות זאגן ׳לעולם׳ אייביג, און מ׳איז נישט חושש אז צוליב די אלטקייט פון די זאך געדענקט ער עס שוין נישט אזוי קלאר. און לפי דער סמ״ע אפילו ער האט נישט געטראכט עדות צו זאגן און ער האט בשעת מעשה נישט געלייגט קיין געוויכט אויף עס צו געדענקען, עכ״ז קען ער עדות זאגן אויב געדענקט ער עס יעצט. פרויען זענען פסול לעדות, פארוואס? איינע פון די צען פסולי עדות זענען 'פרויען' די סיבה פארוואס פרויען זענען פסול לעדות איז לכאורה א גזירת הכתוב, כדוגמא ווי די מחבר שרייבט ביי קרובים, ווייל אפילו אזעלכע ברידערס ווי משה און אהרן זענען פסול לעדות, און קיינער וועט נישט זאגן אז זיי זענען נחשד לשקר מחמת נגיעה חלילה. – לעומת זה די סיבה פארוואס גוים זענען פסול לעדות, איז וויבאלד זיי זענען שקרנים/ליגענערס [ה], אבער פרויען האבן בעצם א נאמנות, א פרוי איז באגלייבט צו פירן די אידישע קאך, אלס עד אחד נאמן באיסורין [ו], והא רא'י פרויען זענען באגלייבט ביי עיגונא. מ'קען אויך נישט זאגן אז פרויען זענען נישט נאמן עדות צו זאגן צוליב טפשות, אה"נ אז דעתן קלות, אבער חז"ל לערנען אונז שוין (נדה, ברכות) אז נשים זענען באשאנקן מיט בינה יתירה [ז].

אויב אזוי אז פרויען זענען נאמן און זיי פארמאגן בינה יתירה, דאן פארוואס זענען זיי נישט באגלייבט? [עפ"י ספר והשבת אל לבבך]: ווי באקאנט איז איינע פון די עיקרים אויף וואס מ'גלייבט עדות איז צוליב חקירה ודרישה, עס איז דא דערויף א גאנצע פרק אין מס' סנהדרין דערוועגן, די חקירות ודרישות די אויספארשונגן איז געווען גאר גרונטליך, ווי די מהר"ל ערקלערט אז די בית דין טראגט די טיטל 'בית דין צדק' ווייל די הלכה איז אז אויב כולם חייב, אלע דיינים זאגן אז מ'איז שולדיג, דאן גייט יענער ארויס פריי, ווייל בית דין דארף חוקר ודורש זיין די עדים אויב זיי זאגן אמת און זוכן א זכות פארן באשולדיגטן, און אויב אלע זאגן חייב קומט אויס אז מ'האט נישט גענוג גוט חוקר ודורש געווען און מהפך געווען בזכותו. די תורה הקדושה האט נישט געוואלט אויסשטעלן די אידישע פרוי זאל דורכגיין די אויספארשונגן וואס איז קעגן איר מהות פון באשיידענקייט און געפילן. ווי מיר געפונען אין חז"ל (גיטין מא): אין דרכה של אשה לחזר על בתי דינין, וביבמות (מב): אמר אביי אשה בושה לבא לבית דין. און מיר געפונען אויך להלכה בהלכות צדקה אז אויב שטייט א גאנצע שורה מיט מענער צו נעמען עסן פון א קופת צדקה, און נאר איין פרוי געפונט זיך אין די שורה, אז די הלכה אז אפילו זי איז נישט די ערשטע אין די שורה דארף מען איר געבן קודם, ווייל א פרוי איז בושתה מרובה, די פארמאגט מער בושה ווי א מאן ממילא אויב באקומט זי נישט, וועט זי זיך שעמען ארומצוגיין ביי די טירן.

די יסוד פון די אלע טבעיות פון א פרוי איז 'הרגשים' געפילן, אויב א פרוי וועט זיין עדות צו א מארד אד"ג וועלן אירע הרגשים גובר זיין אויפן שכל וואס איז א עיקר יסוד פון עדות'שאפט צולייגן די געפילן און די זייט און בלויז דערציילן די מעשה אהן קיין הרגשים. די תורה האט זייער אפגעהיטן אויף די הרגשים פון א פרוי, ווייל א פרוי דארף זיין א מאמע פאר די קינדער, וואס אויפצוען קינדער פארלאנגט גאר אסאך עדינות און הרגש עס איז א פליכט וואס די עקרת הבית טוט בעסער ווי א מאן.

א דוגמא איבער די כח ההרגש וואס איז שטערקער ביי א פרוי ווי א מאן, וועלן מיר ציטירען פון 'ספר שערי מדע' מאמר 'א געלינקטער' : וועלכע זייט זייט האלט מען א קינד? א אינטערעסאנטע זאך וועט איר באמערקן, א מאמע וועט האלטן איר קינד אויף די לינקע זייט, און א טאטע אויף די רעכטע זייט! (טראכט א מינוט!) עס ליגט דערינען נפלאות הבורא. די געפילן פון א מענטש ווערט קאנטערלירט דורך די רעכטע זייט פון די מח, און ווי פריער ערווענט איז די רעכטע זייט פון די מח אחראי אויף די לינקע זייט פון די קערפער. כביכול האט ברוב חסדיו ארייגעגבן די חוש פון געפילן ביי א פרוי מער ווי א מאן, אז זי זאל האבן די געדולד און נערווען זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, ווי חז"ל זאגן "נשים דמעתן מצויה" פרויען וויינען מער ווי מענער ווייל זייער כח פון געפיל איז שטערקער. דעריבער וועט א פרוי האלטן איר קינד אויף די לינקע זייט ווייל די געפילן פארמערן זיך בשעת'ן האלטן דאס קינד. אבער א מאן \ טאטע וועט האלטן דאס קינד מיט די רעכטע הענט ווייל עס פארמאגט פשוט מער כח, ער האט נישט די ספעציעלע געפילן וואס א מאמע פארמאגט.

עפילאג:


מיר האבן בלויז צוגעברענגט עטליכע ביישפילן, צו זעהן ווי אזוי די דעת תורה נעמט ארום א געשעניש: עד אחד איז קיין עדות – געפילן זענען קעגנזייטיג צו עדות – און מצד שני קען מען געדענקן אזאך פאר יארן. – ברוך שנתן תורה לעמו ישראל.


[א] ^ עי"ש לשונו הזהב: ואחריו כח השומר, מזכיר לעניינים מה שהשיג, כמו שהזאב שונא והבן אוהב, והאהבה וההיזק והאימות וההכזבה למחשבי עי"ש בדבריו.
[ב] ^ שני עדים: בטעמו נחלקו המפרשים: גזירת הכתוב, וזו הנהגה, כלומר אנו רק פוסקים את הדין, אך המציאות עדיין לא ידועה לנו (רמב"ם יסודי התורה, ח,ב. שו"ת חתם סופר אה"ע ח"ב קל"א ד"ה ואב"ע – וע' בקובץ יסודות וחקירות). – לעומת זה הבאנו בפנים דעת הנתיבות שהוא מסברא, שלא נאמר ש'שני' העדים משקרים. ובאבני נזר (אהע"ז קא) הוסיף: שבית דין לא פוסקים על פי ה'ידיעה' אלא ע"פ ה'ראייה', וע"י העדות נחשב כאילו הבית דין עצמם ראו.
[ג] ^ עד אחד: להוגי התלמוד המושג 'עד אחד' אינו דבר פשוט אלא שונה בכל דין. לגבי כמה דינים עד אחד נאמן, לגבי איסורין, לחייב שבועה (כתובות פז), לטומאת סוטה (סוטה ב) ועוד. ההסבר שבממון כללי אינו נאמן ולגבי איסורים נאמן, מבאר ה'קובץ שיעורים' (קידושין צ) שמועיל רק במקום שצריך רק גילוי מילתא בעלמא פרט מתוך המעשה, אך לא להעיד על המעשה כולו.
[ד] ^ בשו"ע חושן משפט (הלכות עדות סימן כח בסעיף י') ברענגט די מחבר פונעם טור ומקורו בירושלמי בזה הלשון: אם העדים אומרים עדותן מכוונת בלשון אחד ממש יש לחוש שמשקרים ובעצה אחת כיוונו לשונם וצריך לחקרם ולדרוש אותם!
[ה] ^ כידוע שי' רבינו יקיר בתוס' (יש חולקין ע"ז). וע'י בהגהות אשרי (גיטין פ"א סי' י) מטעם שאינו אחיך ולא עדיף מעבד. או משום שהוא גזלן (עי' בהגהות אשרי שם מספר החוכמה), ונפק"מ לגוי שאנו יודעים שהוא נאמן, האם גם הוא פסול כי אינו אחיך, או שהוא כשר כי עליו אין חשש גזלן. (ועי' בקצות סח,א).
[ו] ^ הדין דעד אחד נאמן באיסורין ידוע שי' התוס' (גיטין ב) דנלמד מנדה, דכתיב וספרה לה שבעת ימים ואחר תטהר. הדין דעד אחד נאמן, אינו משום דין עדות אלא משום גילוי מילתא בעלמא. עי' במפענח צפונות קונטרס מאה סברות פה.
[ז] ^ הריטב"א (נדה מה) כתב לחלק בין 'בינה יתירה' ל'דעתן קלות', וז"ל: בינה יתירה, פירוש שממהרת להבין, דאי לא, אמרינן נשים דעתן קלות, עכ"ל. וכבר ציינו דדברי הריטב"א מתאים להמדרש: ויבן, מלמד שנתן הקב"ה בינה לנקבה יותר מן הזכר, אבל הזכר לאחר שהוא גדול ויוצא לחוץ לומד בינה מבני אדם, לכך האיש כשהוא גדול מבין יותר מן האשה. כלומר הכוונה של בינה יתירה היא בינה 'מוקדמת'. – לשי' ר' שמעון בן אלעזר (נדה שם) דדברים האמורים בתינוקת בתינוק אמורים, דהיינו שלתינוק (זכר) יש בינה יתירה שהתינוק מצוי בבית רבו נכנסת בו ערמומית תחלה. מבארו בתוס' ומוסיף התוס' הרא"ש על אתר: ואפילו אין לו רב, רגיל לצאת ולבא ומתפקח יותר (משא"כ נקיבה כל כבודה בת מלך פנימה). ובתוס' הרא"ש מוסיף: ואפי' אין רגיל כלל אין תולדתו משתנית מאבותיו ואבות אבותיו.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל