א פּאַסאַזשירן באַן אויף אַ בריק וואָס פאַרבינדט די הויפט דענמאַרק אינזלען, האָט אָנגעקלאפט אַ "אומבאַקאַנטע אָביעקט" היינט מיטוואך צופרי, אומברענגענדיג זעקס מענטשן און פארוואונדענדיג 16 אנדערע, האט די דענישע פּאָליציי איבערגעגעבן.

די דענישע מידיא האט געמאלדן אַז אַ טאַרפּאַולין (שווערע סחורה) אויף אַ פראכט באַן האט אריינגעקלאפט אין די פּאַסאַזשירן באַן, וואָס איז געפארן אין די פאַרקערטע ריכטונג, ברענגענדיג עס זיך צו ווילד אפשטעלן בערך 8 צופרי לאקאלע צייט.

בילדער פון די סצענע ווייזן אז די פראכט באַן האט געפירט קעסטלעך ביר, און די טאַרפּאַולין וואס באדעקט די באַן איז צעריסן צו שטיקלעך.

די סטאָרבאַעלט בריק איז טייל פון אַ סיסטעם פון בריקן און אַ טונעל פאַרבינדענדיג די דענישע אינזלען פון זילאַנד און פונען.

דער עקסידענט האט פאסירט אויף אַ קאר און באן בריק, און קארס זענען פארבאטן געווארן איבערנאכט צוליב די שטאַרקע ווינטן אָבער באנען האבן געקענט פאָרן. עס איז געגלויבט אז די וועטער האט געשפילט א ראלע אין די אינצידענט.














קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל