אמעריקאנער גרעניץ אויטאָריטעטן האבן געשאסן טרער גאַז אין מעקסיקא מאנטאג נאַכט, ווען אַ גרופּע פון בערך 150 אימיגראנטן האבן פרובירט אריבערצוקרייזן די גרעניץ אומלעגאל אין סאַן דיעגאָ.

קאסטאמס און באָרדער פּראַטעקשאן האט געזאגט אַז די נישט-טויטליכע מיטלען זענען נישט געציהל געווארן אויף די וואס זענען אייגענטליך געקראכן אויף דעם צוים, נאר אויף די מענטשן וואָס האבן געווארפן שטיינער דרום פון די גרעניץ.

אויטאָריטעטן האבן אויך גענוצט רויך מאשינען און פעפער ספרעי אויף די אימיגראנטן. 25 מענטשן זענען ארעסטירט געווארן, אַריינגערעכנט צוויי צענערלינגן וואס האבן פרובירט אריבערצוקרייז. זיי זענען נישט פארוואונדעט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל