זעהט אויס אז די רייע פון רעזיגנאציעס און אפזאגענישן אינעם ווייסן הויז איז ווייט פון פערטיג, און לויט באריכטן איז דער קומענדיגער אויף די ליסטע פונעם פרעזידענט אפצוזאגן דער טרעזשורי סעקערטאר סטיוו מענוטשין. פארשידענע באריכטן זאגן אז טראמפ איז אויפגעברויזט איבער די לעצטע קריזיס אין די מארקעט און די פארשטייטערטע עקאנאמישע וואוקס און זוכט עס אנצולייגן אויף מענוטשין.

טראמפ האט קאטעגאריש אפגעווארפן די באריכטען, און געזאגט אז ער האט די פולסטע צוטרוי אין מענוטשין, און ווייטער געהאקט אויף די פעדעראל רעזערוו אז זיי זענען שולדיג אין אלע צרות. אבער עס איז כדי צו געדענקן אז דער פרעזידענט האט פון אנהויב אויך געלייקנט סיי וועלכע פראבלעמען מיט טילערסאן, סעשאנס, מעטיס א.א.וו. עס בלייבט איבער צו ווארטן עטליכע טאג צו זעהן אויב ער טוישט דעם טאן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל