די לעצטע אין די סעריע אפגעזאגטע אינעם טראמפ קאמפיין איז דער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן, היינט אינדערפרי האט די ״וואשינגטאן פאוסט״ געבראכן די נייעס אז פרעזידענט טראמפ האט באשלאסן צו פטור ווערן פון זיין סעקערטערי אף סטעיט, און באלד נאכדעם האט דער פרעזידענט עס באשטעטיגט אויף טוויטער.

טילערסאן ווערט ערזעצט מיט מייק פאמפעאו וועלכער איז געשטאנען ביז יעצט אין שפיץ פון די סי-איי-עי. און די פלאץ פון פאמפעאו אין די סי-איי-עי וועט ערפולט ווערן דורך דשינע האספעל, די דעפיוטי פון פאמפעאו וועלכע וועט דערמיט זיין די ערשטע פרוי אין היסטאריע צו דינען אויף אזא פאזיציע.

די נאמינאציע פון טילערסאן איז געווען א גאר אומגעווענליכע שריט פונעם פרעזידענט צו נעמען איינער אן קיין שום פאליטישע ערפארונג, און אצינד מיט די נאמינאציע פון פעמפעאו ווערט די סטעיט דעפארטמענט ווידער געפירט דורך איינער מיט מיליטערישע און פאליטישע ערפארונג, און די יעצטיגע סי-איי-עי דירעקטאר ברענגט מיט זיך 30 יאר ערפארונג אין די אגענטור.

די באציאונגען צווישן טראמפ און טילערסאן זענען שוין די לעצטע מאנאטן נישט אמבעסטן, און דער פרעזידעט האט פארלאנגט פון אים דעם פרייטאג צו רעזיגנירן, דאס ווייסע הויז זאגט אז דער פרעזידענט האט אויסגעוועלט יעצט צוליב דעם וואס ער זוכט א נייע שטאב צו פירן די געשפרעכן וואס מען הייבט אן מיט נארט קארעא.

טראמפ האט געזאגט היינט פאר די פרעסע אז ער האט נישט דיסקוטריט מיט טילערסאן פון פאראויס זיין רעזיגנאציע, און אזוי אויך אז ער האט זיך נישט דורכגערעדט מיט אים איבער זיין באשלוס צו אפהאלטן געשפרעכן מיט נארט קארעא ״איך גלייך רעקס, אבער מיר טראכטן אנדערש״ האט טראמפ געזאגט.

די סטעיט דעפארטמענט האט רעאגירט מיט שאק צו די נייעס און אינעם סטעיטמענט זאגן זיי ״דער סעקערטערי האט נישט געהאט קיין געשפרעך פון פאראויס מיט׳ן פרעזידענט איבער דעם, און דעריבער ווייסן מיר נישט פארוואס דער פרעזידענט האט אזוי באשלאסן״.

די נייעס איז אנגעקומען צו טילערסאן ווען ער איז געווען אויף א דיפלאמאטשיע מיסיע אין אפריקע, און דער פרעזידענט האט אים געבעטן צו ענדיגן זיין וויזיט און זיך אומקערן אהיים. און לויט די אפיציעל ווארטזגער פון די סטעיט דעפארטמענט איז טילערסאן געוואויר געווארן איבער די נייעס פון טוויטער נאך פאר דער פרעזידענט האט גערעדט מיט אים פערזענליך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל