דער פאלעסטינער פרעמיער מיניסטער ראַמי אל-חאַמדאַלע אינאיינעם מיט׳ן הויפט פון די פאלעסטינער שפיאנאזש הויפט זענען ארויס אומבאשעדיגט ווען א באמבע וועלכע איז איינגעפלאנצט געווארן נעבן זייער קאר האט אויפגעריסן, און עטליכע זיכערהייט וועכטער זענען פארוואונדעט געווארן. אן אטאקע וועלכע איז ווארשיינליך אונטערגעשטעלט געווארן דורך חאמאס, אבער חאמאס לייקנט דאס קאטעגאריש אפ און טייטלט מיט׳ן פינגער צו מדינת ישראל.

דער פרעזידענט אבו מאזן האט עפנטליך פארדאמט חאמאס פאר די אטאקע, און דער פרעמיער מיניסטער וואס האט איבערגעלעבט האט אויך אנגעדייטעט אז דאס איז א פארזוך פון חאמאס צו אונטערשטעלן שטרויכלונגען פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט צו איבערנעמען קאנטראל פון עזה, אזוי ווי עס איז באשלאסן געווארן אונטער אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן מיט א האלב יאר צוריק. מדינת ישראל האט זיך אפגעשאקלט פון סיי וועלכע פאראנטווארטליכקייט און אנגעטראגן פאר די פאלעסטינער צו באהאנדלן די פארוואונדעטעט אין מדינת ישראל שפיטעלער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל