פּרעזידענט טראָמפּ איז היינט אנגעקומען פאר אן איבעראשנדע בליץ באזוך אין אן אמעריקאנער מיליטערישע באזע אין איראק. דער באזוך איז געהאלטן געווארן אלס א סוד, ביז ווען דער פרעזידענט איז אנגעקומען. ארום צוויי אזייגער האט דאס ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן בילדער פונעם פרעזידענט און זיין ווייב ארומגענומען מיט זעלנער וועלכע דינען אין איראק.

דאס איז געקומען נאכדעם וואס עס האבן שוין אנגעהויבן צירקולירן קלאנגען דערוועגן 'וויבאלד דער פרעזידענט האט זיך נישט געלאזט הערן פאר א עטליכע שעה, און אזוי אויך איז געזעהן געווארן דער עיר פארס וואן איבער ענגלאנד אין די צופרי שטונדן. עס איז שוין א טראדיציע אז פרעזידענטן באזוכן זעלנער אין שלאכט זאנעס אין די חגאות סעזאן, און פרעזידענט טראמפ איז ביז יעצט קריטיקירט געווארן אז ער האט דאס נישט געטוהן. דער באזוך קומט אין שאטן פון זיין באשלוס צו ארויסציען די טרופן פון סיריע, און ער האט זייענדיג דארט פארטיידיגט זיין באשלוס.

פּרעזידענט טראָמפּ ביי זיין רעדע צו די זעלנער אין איראק
פּרעזידענט טראָמפּ ביי זיין רעדע צו די זעלנער

פּרעזידענט טראָמפּ מיט די זעלנער אין איראק
פּרעזידענט טראָמפּ מיט די זעלנער

עיר פאָרס וואָן געזעהן איבער אייראפע
עיר פאָרס וואָן געזעהן איבער אייראפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל