א באריכט אינעם "ניו יארק טיימס" ברענגט ערשט-האנטיגע קוועלער איבער וויאזוי דאנעלד טראמפ האט זיך ארויסגעדרייט פון דינען אינעם מיליטער אין די יארן וואס אלע קאמפס-פעאיגע יונגטליכע זענען פארארדנט געווארן צו דינען אלס טייל פון א דרעפט ביים וויעטנאם קריג. דער באריכט ציטירט צוויי טעכטער פון א דאקטאר אין קווינס, וועלכער האט אונטערגעשריבן א דאקומענט צו פטר׳ן דאנעלד טראמפ פון מיליטערישע דינסט, און זיי זאגן אז טראץ וואס ער איז געווען געזונט האט זייער פאטער, דאקטאר לערי ברוינשטיין, אונטערגעשריבן אז ער האט א ביינער פראבלעם אין די פוס, און אז זייער פאטער האט זיי געזאגט אז ער האט דאס בלויז געטוהן אלס א "טובה" פאר דער פאטער פונעם פרעזידענט, פרעדי טראמפ וואס איז געווען זיין לענדלארד.
די לינקע מידיא מאכט מטעמים איבער די אויפדעקונג, וואס ווייזט אז טראמפ איז ווייט פון קוראזשפול. איינער האט געשריבן "ממה נפשך, אדער האט זיין טאטע אים פארשאפט די פטור, אדער איז 'באָון ספורס' (זיין מעדעצינישע דיאַגנאָסיס) קאָוד פאר פחדנות..."
דאנעלד טראמפ שפאצירט אוועק פונעם מיליטער, איבערלאזענדיג אנדערע צו שטארבן פאר זיין לאנד
דאנעלד טראמפ מיט זיין טאטע פרעדי טראמפ
דאקטאר לערי ברוינשטיין
אפיס ווי דאקטאר לערי ברוינשטיין האט דאן פראקטיצירט
דאנעלד טראמפ מיט אנדערע סטודענטן אין די ניו יארק מיליטערישע אקאדעמיע, פאר'ן זיך ארויסדרייען
דאנעלד טראמפ'ס רעגיסטראציע קארטל פאר די דרעפט
דאנעלד טראמפ'ס דרעפט דאקומענט
דאנעלד טראמפ'ס אויסנאם פאפירן
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה