א פראמינענטער תימנ׳ער אקטיוויסט וועלכער איז אינסטרומענטאל אין פארשרייבן א נייע קאנסטיטוציע פאר׳ן לאנד זאגט אז פילע אין תימן לעכצן אז אירע אידן זאלן זיך אומקערן און העלפן צוריקבויען דאס לאנד וואס איז צושפליטערט נאך א פארצויגענע ציווילע קריג צווישן די סאודי-געשטיצטע רעגירונג און די הוטי רעבעלן. און זאגט אז זיי וועלן קריגן ספעציעלע שוץ אונטער די נייע קאנסטיטוציע וואס ווערט יעצט אויסגעהאמערט אלס טייל פון די שלום געשפרעכן. דער אקטיוויסט בארא שייבאן איז אצינד באזירט אין לאנדאן וואו ער אינאיינעם מיט אנדערע געוועזענע באאמטע ארבייטן אויס א פלאן פון די צוקונפט פון תימן, און ער האט אויפגעדעקט די דעטאלן ביי א קאנפערענץ אין ניו יארק.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל