מאַרקעטן האבן היינט מאנטאג גענומען אַ ווילדע נסיעה, און די דאַו איז קורצליך געפאלן אונטער 22,000, נאָכדעם וואס  טרעזשורי סעקרעטאַר סטיוו מענוטשין'ס פריוו צו בארואיגן אינוועסטירער האט צוריקגעפּאַטשט.

די דאַו, וואָס האט די ערשטער מאָל אריבערגעקרייזט 22,000 אין סעפטעמבער 2017, האט זיך אביסל צוריקגעכאפט אָבער נאָכאלץ בערך 200 פונקטן נידעריגער. די עס. ענד פּי. 500 און די נאַסדאַק זענען אויך געפאלן.

מענוטשין האט זונטאג ארויסגעגעבן א קריאוזע דערקלערונג וואס זאָגט אז ער האט זיך פארבינדן מיט די סי.אי.אָו.'ס פון די גרעסטע בענק. ער האט געזאגט אז די עקזעקוטיוון האבן אים פארזיכערט אַז זייער באַנקן זענען אין א געזונטע צושטאנד  און האָבן "עמפּל ליקווידיטי" (מער ווי גענוג קעש) צו פארבארגן צו קאָנסומערס און ביזנעסער. "מאַרקעטן זעצן פאָר צו פונקציאָנירן געהעריג", האט ער געזאגט.

די הויפּט בענק סי.אי.אָו.'ס וואָס האבן זונטאג גערעדט מיט מענוטשין דורכ'ן טעלעפאָן זענען "טאטאל צומישט" מיט די סעסיע, לויט אַ קוואַל באַקאַנט מיט די טעלעקאנפערענץ, וואס האט געזאגט אז די עקזעקוטיוון האבן געזעהן די רוף מאדנע און היפש אומוויכטיג.

היינט מאנטאג, האבן שערס אין דזשעי.פּי. מאָרגען טשעיס, וועלס פאַרגאָ, גאָלדמאַן סאַקס, בענק אוו אַמעריקע און סיטי אַלע טיף געטראסקעט.

"דאָס איז דער סארט דערקלערונג וואס ברענגט מער פראגעס וואו ענטפערס צי די טרעזשורי זעהט פּראָבלעמען וואס די איבריגע מאַרקעט פאַרפּאַסט," האט קאוען ענד קאָו אַנאַליסט דזשאַרעט סייבערג געשריבן אין אַ נאטיץ צו זיינע קליענטן.

עס זענען בכלל נישט געווען קיין צווייפל איבער די געזונט צושטאנד פון די אמעריקאנער בענק פאר די טעלעפאָן רוף - און זיכער האט קיינער נישט געטראכט פון קיין דחקות אין קעש פלוס, אבער יעצט פרעגט יעדער צי מענוטשין פארלויפט די וועג פון עפעס א פריש-אנקומענדיגע טראגעדיע אדער פינאנציאלע כאאס.



באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל