א פרישע שטודיע פון א זעלבסשטענדיגע הילפס ארגאניזאציע זאגט, אז די צאל טויטפעלער איז היבש אונטערגעשאצט געווארן אין תימן, און אז ארום 85 טויזנט קינדער זענען שוין אומגעקומען פון הונגער און שוואכע נערונג אין די לעצטע דריי יאר. דער ארגאניזאציע "ראטעוועט די קינדער" זאגט, אז עס איז מעגליך אפילו אונטערגעשאצט, נעמנדיג אין באטראכט אז רוב טויטפעלער גייען אריבער אומבאריכטעט צוליב דעם וואס די אפיציעלע אינסטיטוציעס אין לאנד פונקציאנירן נישט געהעריג און די מעדיצינישע איינריכטונגען זענען אין א קריזיס צוליב די איבערפלוס פון פאציענטן.

די יו.ען. האט אין איר לעצטע באריכט געווארן אז ארום 9 מיליאן בירגער אין תימן זענען אין א לעבנס געפאר צוליב די הומאניטארער קריזיס פון הונגער און מחלות, נאכדעם וואס איבער 1.2 מיליאן תימנ׳ער זענען אנגעשטעקט מיט כולערא. הומאניטארער ארגאניזאציעס לייגן האפענונג אויף די געשפרעכן צווישן סאודי אראביע און די הוטי רעבעלן וואס קען פירן צו א פייער אפשטעל און ערלויבן צוטריט פאר מער הומאניטארער הילף און שפייז.

תימן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל